די PEARLS/OJPAC מהלך פון ווייזן "ישיבה סוקסעס סטארי'ס" איז נאריש און פאלש. ברענג מיר נישט קיין ראיות פון ביזנעסלייט וואס האבן מצליח געווען, ווייל דאס איז "טראץ" אונזער חינוך, נישט "צוליב" אונזער חינוך.
די ריכטיגע צוגאנג איז אז מיר האבן אנדערע וועליוס און העכערע פרינציפן און דאס איז וואס מיר גיבן איבער פאר אונזערע קינדער.
די ציל פון אונזער חינוך איז נישט צו אנגרייטן קינדער צו זיין געניטע ביזנעסלייט, מיר האבן אנדערע ווירדן, אנדערע שאיפות, אן אנדערע מיסיע.
די טרוים און די תפילות פון אידישע עלטערן איז אז זייערע קינדער זאלן וואקסן ערליך און גוט, און די חינוך סיסטעם פון די היימישע מוסדות סערווירט דעם געברויך - צו פארזיכערן אז קינדער וואקסן אויף איידל ערליך און גוט.
איך בין נישט מתפלל אז מיינע קינדער זאלן אויסוואקסן סוקסעספולע טעק ענטרעפענורן. איך האף אז זיי וועלן וואקסן ערליכע אידן וואס וועלן מאכן די וועלט פאר א בעסערע פלאץ - און דאס איז די אויפגאבע פון די מוסדות.
זיך אפרעדן אז די חדרים געבן נישט די געצייג צו זיין אן אינזשעניר איז ווי זיך אפרעדן אויף מעדיקל סקול אז זיי לערנען נישט גענוג קאנסטוטיצאנאלע געזעץ.
מיטן אנווייזן אויף "סוקסעספולע" ביזנעסלייט וואס קומען פון א ישיבה עדיוקעישן, ביזטו מחטיא די מטרה דורך צושטימען אז דאס איז וואס מיר באטראכטן אלס "סוקסעס" - אויב אזוי פארוואס טאקע שטעלסטו נישט חצו קיין פולקאמע עדיוקעישן?
ביי אונז מיינט "סוקסעס" הרב וואזנער, נישט אילאן מאסק. מיר שטרעבן אונזערע קינדער זאלן וואקסן ווי ר' חיים קנייבסקי, נישט ווי דזשעף בעזאס. אונזער חינוך צילט צו ארויסגעבן נאך ר' משה פיינשטיינ'ס, נישט נאך ווארען באפעט'ס.
• • •
Missing some Tweet in this thread? You can try to
force a refresh