אז די וועלט זאגט א מיינונג מעג איך דאך אויך. דיס גיי איז ע קריפּ און דער ליד איז נאך מער קריפּי. זאל ער זינגען פון זוכן ליבע און א מיידל. נאר "איך וויל ליב האבן א *מיידעלע*" איז אומבעסטן וואולגאר און צום ערגסטן דערמאנט ער רבקה ווייל זי'ז אויך געווען יונג...
דער פאקט אז ער איז ראדיקאל לפי די מושגים פון אונזערע קהילות און אויך אז ער זינגט אויף טעמעס וואס זענען ביי אונז טאבו זענען מצד אחד נישט נותן טעם לפגם נאר להיפך אבער אויך לכשעצמם זענען זיי נישט קיין סגולה פאר א געראטענער ליד. דא איז אבער אויך א פראבלעם פון שפראך און קאנטעקסט
"איך וויל ליב האבן א מיידעלע" איז איכות'דיק און קוואליטאטיוו עפעס אנדערש פון "א אידישע שטוב וואו מ'האט זיך אזוי ליב" און, ר' איד, מישט נישט אויס די יוצרות. אז איך בין אויך חושש א געוויסע מיסאגינישקייט אין, איך *וויל*, און אין "מיידעלע" איז עס קאנפערמירט אין די ליריקס
ממילא יצחק און רבקה און יעקב און רחל, נו, זיי האבן זיך טאקע געליבט. אבער ווער זאגט אדם און חוה האבן זיך געליבט? ס'איז דאך בלויז געווען איין פרוי. אויך "האשה אשר נתת עמדי היא נתנה לי מן העץ ואוכל" איז נישט ממש ליבשאפט און מער ווי די רבנים וואס באשולדיגן פרויען על כל צרה שלא תבוא
ווייטער איך ווינטש אים נישט דאס "ליבשאפט" פון דוד און בת־שבע. זייערע באציאונגען זענען אויך קוים א מאדעל פאר א "אידישע שטוב". שבאה אליו במכאוב, זאגן חז"ל. דוד האט פאר בת־שבע אויך נישט "געזינגען מיט גרויס אהבה". פארקערט ער האט איבער איר געוויינט "הרב כבסני מעווני ומחטאתי טהרני"
ממילא קום איך צוריק וואו איך האב אנגעהויבן. אין קול ענות אהבה ואין קול ענות אידישע שטוב. אנדערש ווי שיר השירים זינגט ער נישט צו קיינעם נאר אז ס'בענקט אים ליבע אין דער אבסטראקט און ער "וויל" א "מיידעלע". און אז זי וויל נישט? ווער ער ארויפגיין אויפן דאך?
• • •
Missing some Tweet in this thread? You can try to
force a refresh