[א טוויטער שנור מיט 35 פעדעמער]
הבטחתי ונושעתי:
שמועה טובה תדשן עצם אבער ווען די שמועה איז איבער א דיעטע איז 'תדשן' נישט ממש וואס מ'ווינטשט זיך. פאוואליע אבער, און לאמיר מקיים זיין אין מוקדם ומאוחר און אנהייבן ביים סוף. 1/
איך קען אייך זאגן מיט א וודאות אז ווען איר זאלט האבן געווען אין מיין שיל ביי קבלת שבת אויף שבת פר' תזריע-מצורע וואלט איר מיר אפשר געכאפט קלאטשן ביי בואי בשלום. יא פשוטו כמשמעו, קלאטשן כף על כף ווי דער היימישסטער איד אינעם שטיבל מיט די שענסטע שבת'דיגע פיאות. 2/
Jul 18, 2022 • 19 tweets • 3 min read
1/ נפלאות הקניידל
קאפיטל א' פון אַ צדיק וואס איז הודו זיוו והדרו פון אונזער דור. אני הקטן האַלט אַז ער איז זיכער ראוי צו אַן אינטערוויו אין עמי און אפשר אויך אַ ביתו נאווה קודש אין וועגעס. לאָט מיך הערן אייערע חוות דעם צי איר האַלט אויך אַז ס'איז כדאי מיט אים ווייטער אָנצוגיין
2/ ויהי בימי ר' קניידל הוא ר' קניידל המולך מירושלים ועד באָראָ פּאַרק דרך בני ברק, אַנטווערפּן, לאָנדאָן ומאָנטריאַל, שבע ועשרים ומאה שטיבלעך, תלמוד תורה'ס, מיידל שולעס כוללים און עזרת נשים.
Apr 24, 2022 • 6 tweets • 2 min read
אז די וועלט זאגט א מיינונג מעג איך דאך אויך. דיס גיי איז ע קריפּ און דער ליד איז נאך מער קריפּי. זאל ער זינגען פון זוכן ליבע און א מיידל. נאר "איך וויל ליב האבן א *מיידעלע*" איז אומבעסטן וואולגאר און צום ערגסטן דערמאנט ער רבקה ווייל זי'ז אויך געווען יונג...
דער פאקט אז ער איז ראדיקאל לפי די מושגים פון אונזערע קהילות און אויך אז ער זינגט אויף טעמעס וואס זענען ביי אונז טאבו זענען מצד אחד נישט נותן טעם לפגם נאר להיפך אבער אויך לכשעצמם זענען זיי נישט קיין סגולה פאר א געראטענער ליד. דא איז אבער אויך א פראבלעם פון שפראך און קאנטעקסט